אינפארמאציע ארום די 'היימיש אין איימיש' וואקאציע פעקעדש:
3 טעג, מיט 2 נעכט אינדערמיט. צום ביישפיל פון זונטאג ביז דינסטאג, אדער פון דינסטאג ביז דאנערשטאג.
אונזערע געסט וועלן איינשטיין אין די געשמאקע Harvest Motel, צווישן ענלאזע גרינע אויגפארכאפנדע פאנאראמע'ס, אין א היימישע אטמאספערע, מניינים שחרית מנחה מעריב אויפן פלאץ, טעגליכע רייכע סאפער'ס, טעגליכע לייכטע פרישטאג, מען דארף נישט שלעפן און ברענגען, נאר קומען און הנאה האבן פון די געשמאקע אטמאספערע, די זעלטן אינטערעסאנטע געגנט, און די פילע אטראקציע'ס צוגעפאסט פאר די גאנצע משפחה. אונזערע געסט וועלן אויך באקומען א בראשור מיט קלארע דעטאלן איבער די ארטיגע פלעצער צו גיין, וויילנ'דיג אין דעם געגנט.
עס איז צוגעשטעלט באזונדערע זאלן אויפן פלאץ, וואס וועלן זיין אויסגעשטעלט און צוגעפאסט פאר אלע געברויכן פון די געסט, ווי תפילות, מאלצייטן, און סתם לערנען אדער פארברענגען דורכאויס אלע שעות פון טאג.
איינטריט אין דעם מאטעל זעלבסט וועט זיין פון 3 נאכמיטאג דעם ערשטן טאג, ביז 11 צופרי דעם דריטן טאג.
צום ארויס גיין וועט זיין צוגעשטעלט 'צידה לדרך' צו קענען ווייטער פארבלייבן אין דעם געגנט ביז שפעטער אין טאג, און אויסנוצן די ארטיגע מעגליכקייטן צום קלימאקס דורכאויס די דריי טאג'יגע וואקאציע.
עס איז פארהאן א אויסוואל צווישן דריי סארט שטובער: פון איין בעט, פון צוויי בעטן, און פון דריי בעטן, ווען די צאל געסט אין יעדע שטוב איז דאפלט פון די צאל בעטן, צב"ש, אין א שטוב פון 1 בעט, קען אריין גיין צוויי געסט, פון 2 בעטן, קען אריין גיין 4 געסט, פון 3 בעטן, קען אריין גיין ביז 6 געסט.
אויסער די ארגינעלע בעטן, קען אריין גיין אין יעדע שטוב 'צאמלייג מאטראצן' לויט וויפיל געסט עס מעג זיין אין דעם שטוב. דאס מיינט, אין א שטוב פון 1 בעט, קען אריין גיין נאך איין צאמלייג מאטראץ, אין א שטוב פון 2 בעטן, קען אריין גיין נאך 2 צאמלייג מאטראצן, אין א שטוב פון 3 בעטן, קען אריין גיין 2 אדער בדוחק 3 צאמלייג מאטראצן.
דער וואס וויל, קען באשטעלן פאראויס צו באקומען צוגעשטעלט אויפן פלאץ צאמלייג מאטראצן פאר בלויז 15 דאלער פאר יעדע מאטראץ. די מאטראצן וואס איר באשטעלט וועלן זיין גרייט ביי אייך אין שטוב גלייך מיט'ן אנקומען.
צו קלאר שטעלן, די צאמלייג מאטראצן וועלן ווערן גענוצט אויפן פלאר, נישט אויף קיין אייגענעם בעיס.
די סטאנדארט Family Package נעמט אריין 2 שטובער פון 2 בעטן, צוזאמען איז עס 4 בעטן, און ווי פריער געזאגט קען אזוי אריין גיין ביז 8 געסט, פאר די פרייז פון $1225, מיט די מעגליכקייט פאר נאך צאמלייג מאטראצן.
די Mini Family Package נעמט אריין איין שטוב פון 2 בעטן, דאס מיינט – ביז 4 געסט, פאר די פרייז פון $725, מיט די מעגליכקייט פאר נאך צאמלייג מאטראצן.
אזוי אויך איז פארהאן א אויסוואהל פון מעגליכקייטן, פון מער אדער ווייניגער שטובער, מער אדער ווייניגער בעטן, לויט אייערע באקוועמליכקייט. צו באקומען די פונקטליכע פרייז ליסט, ביטע שיקט אן אימייל צו [email protected] אדער לאזט איבער א מעסעדש מיט אייערע אימייל אדרעס ביי אקסטענשן נאמבער 4 פון דעם מעין מעניו.
אויפן פלאץ נישט, אבער 20 מינוט צו פארן איז דא די מקוה אין דעם לאנקאסטער שול, וואס איז אפן און צוגעשטעלט דורכאויס דעם גאנצן זומער סעזאן.
אין יעדע שטוב וועט זיין א קליינער fridge.
עס וועט זיין צוגעשטעלט אינעם זאל הייס וואסער און קאווע דורכאויס אלע שעה'ן פון טאג.
עס וועט נישט זיין צוגעשטעלט א crib אויפן פלאץ. עס איז דא פלאץ אין דעם שטוב פאר אן אייגענעם Pack 'n Play.
רעזערווירט שוין אייערע וואקאציע!